רוים – א פארשוין איז ארעסטירט געווארן אין מאסערעטא, איטאליע, נאכדעם וואס ער האט דורכגעפירט א געצילטע שיסעריי אטאקע אויף די ארטיגע גאסן, מיט'ן ציהל צו שיסן "אפריקאנער אימיגראנטן", פון וועלכע זעקס זענען פארוואונדעט געווארן. דער שיסער איז אידענטיפיצירט געווארן אלס לוקא טרעיני, וועלכער איז געלאפן פאראיאר פאר א לאקאלע פאליטישע פאזיציע אויף די עקסטרעם-רעכטע פארטיי ליניע, און די שיסעריי איז געקומען אין א צייט וואס די אנגעצויגנקייט קעגן די עקסטרעם-רעכטע געמיינדע אין איטאליע, און די גרויסע אימיגראנטן און פליטים באפעלקערונג אין לאנד, ווערט אלס שטארקער און שטארקער פון טאג צו טאג. לאקאלע איטאליענער מידיא באריכטעט, אז טרעיני האט באשלאסן דורכצופירן די שיסעריי אטאקע, נאכדעם וואס פארגאנגענע וואך איז זיין פריינט אומגעברענגט געווארן דורך אן אימיגראנט פון ניגעריע.

בילד



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל