וואשינגטאן – פעדעראלע נאציאנאלע טראנספארטאציע זיכערהייט באורד באאמטע, האבן נעכטן באשטעטיגט אז זיי פירן אן מיט'ן אויספארשונג איבער'ן צוזאמשטויס וואס האט פאסירט צווישן אן אנגעפילטע באן מיט רעפובליקאנער קאנגרעסלייט, און א טראק. דער דרייווער פונעם טראק איז אומגעקומען אינעם צוזאמשטויס, און אלע פאסאזשירן פון דער באן זענען ארויס אומבאשעדיגט, בלויז עטליכע מיט מילדע וואונדן, און נעכטן האבן די אויספארשער געזאגט, אז די באן איז געפארן 61 מייל פער שטונדע אויף די שינעס, ביי א זאנע וואו מ'האט געמעגט פארן 60 מייל פער שטונדע, און בלויז צוואנציג סעקונדעס בעפאר דער באן האט אריינגעקראכט אינעם טראק, האט דער דרייווער געדרוקט די ברעיקס.

בילדער און ווידיא

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל