וואשינגטאן – דער סקאנדאל ארום דעם ארויסגייענדיגן שטאב סעקרעטאר אין ווייסן הויז, ראב פארטער, האט זיך נעכטן נאך מער אויסגעברייטערט, ווען מען האט געהערט אז די העכסט-ראנגיקע באאמטע אין ווייסן הויז, אריינגערעכנט שטאב הויפט דזשאן קעלי, האבן קלאר געוואוסט פון פארטער'ס טונקעלן רעקארד פון ברוטאלע קרימינאליטעטן, און טראצדעם האבן זיי אים געלאזט דינען אויף דער הויכער פאזיציע. עס איז באריכטעט געווארן אז די עף-בי-איי האט געזאגט פאר דער טראמפ אדמיניסטראציע, אז זיי קענען נישט באשטעטיגן פאר אים א "סעקיוריטי קלערענס" צו קענען האבן צוטריט צו קלאסיפייד אינפארמאציע, צוליב זיין קרימינאלן רעקארד, און טראצדעם האט פארטער ווייטער געטאן זיין דזשאב, האבנדיג צוטריט צו הויפנס קלאסיפייד דאקומענטן יעדן איינציגן טאג, וויבאלד איינס פון די אויפגאבעס פונעם שטאב סעקרעטאר איז צו טראגן און ברענגען די סארט דאקומענטן צום פרעזידענט.

בילד: ווייסע הויז סקאנדאל פארברייטערט

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל