פלארידע - קונדן אין א רעסטוראנט אין פלארידע זענען געווארן שאקירט, ווען זיי זענען צוגעקומען צו א שפיל-קאסטן און געזען ווי א לעבעדיג קינד זיצט אינעווייניג. דער אינצידענט האט פאסירט ביי די סארט שפיל, וואו מען לייגט אריין אפאר מטבעות, און אייזערנע צינגלעך און גאפלעך קריכן אראפ צו א הויפן שפילצייגן און בובעס, בשעת די שפילער שטייען אינדרויסן און קוקן זיך צו מיט דראמא צי די גאפלעך וועלן סוקסעספול ארויפשלעפן עפעס א געשאנק און עס אריינווארפן אינעם לעכל אז מ׳זאל עס קענען אפנעמען. א קליין קינד איז געווען אנטוישט אז ער האט גארנישט געוואונען, און האט באוויזן אריינצוקוועטשן זיין קליין קערפער דורכ׳ן לעכל און האט זיך אריינבאקומען אינעווייניג, בלייבנדיג שטעקן אינעם קאסטן. מען האט אלארמירט די פייערלעשער, וועלכע האבן אויסגעשאסן די גלאז פונעם שפיל-קאסטן און ארויסגעשלעפט דאס דערשראקן קינד, צו דער פרייער אפאטעמונג פון זיינע עלטערן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל