בילד

ווירדזשיניע – נעכטן האט זיך אנגעהויבן ארויסשיילן מער דעטאלן איבער דער סטראטעגיע וואס דאס ווייסע הויז וועט נעמען, אין לויף פון די קומענדיגע מאנאטן, צו פארזיכערן אז די רעפובליקאנער האלטן אן קאנטראל פון סענאט און קאנגרעס ביי די מידטוירם וואלן היי יאר נאוועמבער. ערשטנס האט מען געהערט אז וויצע פרעזידענט פענס וועט אונטערנעמען רייזעס איבער'ן גאנצן לאנד, און געבן קאמפיין אויפטריטן ארויסצוהעלפן רעפובליקאנער פאליטישאנס און קאנדידאטן וועלכע דארפן הילף אין אויפטרייבן געלטער און וויילער שטיצע. אויך האט פרעזידענט טראמפ אויפגעטרעטן נעכטן מיט א רעדע ביי א רעפובליקאנער פארברענג אין ווירדזשיניע, וואו ער האט חוזק געמאכט פון דעם וואס די דעמאקראטן זאגן אז די קליינע געהאלט העכערונגען וואס אמעריקאנער באקומען א דאנק דעם שטייער רעפארם געזעץ, זענען נישט מער ווי "ברעקלעך". טראמפ האט געזאגט אז אפשר זאל דאס טאקע זיין דער סלאגאן פונעם רעפובליקאנער מידטוירם קאמפיין, אז די דעמאקראטן מאכן חוזק פונעם פאקט אז מיליאנען אמעריקאנער באקומען צו א פאר הונדערט דאלער יערליך.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל