וואשינגטאן – עטליכע אינדיווידועלן וועלכע זענען נאמינירט געווען פאר הויכראנגיקע פאזיציעס אינערהאלב די טראמפ אדמיניסטראציע, האבן אין די לעצטע צוויי טעג צוריקגעצויגן. ערשטנס האט מען געהערט אז קעי-טי מעקפארלענד, פרעזידענט טראמפ'ס געוועזענע דעפיוטי נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבערין, האט צוריקגעצויגן פון איר נאמינאציע אלס אמעריקאנער אמבאסאדאר צו סינגאפור, און קוועלער זאגן אז דאס קומט נאכדעם וואס ס'איז אויפגעדעקט געווארן אז זי האט געוואוסט פון מייקל פלין'ס מעגליך-אומלעגאלע קאמיוניקאציעס מיט רוסישע באאמטע אין לויף פונעם קאמפיין סעזאן. צווייטנס האט מען געהערט אז קעטלין הארטנעט ווייט, וועלכע איז געווען נאמינירט צו דינען אויף די פעדעראלע ענווייראמענטאלע קאונסיל, האט צוריקגעצויגן פון איר נאמינאציע, נאך אויפדעקונגען אז זי האט געלאזט פאלן מאדנע סטעיטמענטס אין פארגאנגענהייט, אריינגערעכנט אז "די ערפינדונג פון אויל און געזאלין אלס ברענשטאף, האבן געברענגט אן ענדע צו קנעכטשאפט אין אמעריקע".

 בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל