א ציווילע-רעכטן גרופע האט געמאלדן אז זי באטראכט פלענער אנצוקלאגן עטליכע אינטערנעט-ריזן צוליב זייער דערלויבן און דורכלאזן חורבן-לייקענונג מאטעריאלן.

ברוק גאלדשטיין, דירעקטאר פון דעם 'לאופעיר פראיעקט', זאגט אז זי האט אפגעשיקט בריוו צו גוגל, יאהו, און טוויטער, אין וועלכע זי פארלאנגט אז די באטרעפנדע פירמעס זאלן זאפארט אראפנעמען אלע מאטעריאלן בשייכות דעם לייקענען דעם האלאקאוסט, און אין פאל זיי וועלן דאס נישט טאן, וועט די ארגאניזאציע וואס זי רעפרעזענטירט אנקלאגן די קאמפאניס אין געריכט.

דער בריוו איז געשיקט געווארן פון שפאניע, וואו דירעקט אפלייקענען דעם חורבן איז נישט קעגן געזעץ, אבער גאלדשטיין זאגט אז זי וועט צעברייטערן די מערכה אויך צו אנדערע לענדער.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל