וואשינגטאן – נעכטן האט מען געהערט א באריכט, אז ראבערט מוללער, דער ספעציעלער פראקוראר וועלכער פירט די טראמפ-רוסלאנד אויספארשונג, האט די וואך אויסגעפרעגט סטיוו בענאן, פרעזידענט טראמפ'ס געוועזענער הויפט סטראטעגיסט און קאמפיין פירער. לויט די באריכטן, האט מוללער פארהערט בענאן פאר ארום צוואנציג שטונדן, אויסגעשפרייט אין לויף פון עטליכע טעג – און דער פארהער קומט נאכדעם וואס מוללער האט געשיקט א סובפינע פאר בענאן אים צו צווינגען צו קומען פאר א פארהער, און בענאן האט זיך צוגעשטעלט, שליסנדיג א דיעל מיט מוללער, אז ער וועט אים נישט צווינגען אויפצוטרעטן אין פובליק פארנט פון דער "גרענד דזשורי". בענאן'ס פארהער צייגט אז מוללער איז ווייט פון פארטיג מיט זיינע אויספארשונגען, און ס'איז מערקווירדיג אז פריוואט האט בענאן יא געקענט באשטיין צו רעדן מיט מוללער, אבער אין קאנגרעס האט ער זיך אנטזאגט פון ענטפערן פראגעס, ווען ער איז געזעסן פאר א קאנגרעסיאנאלער פארהער פארגאנגענעם מאנאט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל