אלבאני – גאווערנאר ענדרו קאומאו האט אונטערגעשריבן אן עקזעקוטיוו ארדער, צו פארבאטן סטעיט רעגירונג אגענטורן פון טון ביזנעס מיט פירמעס וואס האלטן זיך צו רעליגיעזע פארשריפטן און נעמען נישט אויף געוויסע ארבעטער צוליב וואס די ארבעטער שטימען נישט מיט דער רעליגיע פון די אייגנטימער. דער עקזעקוטיוו ארדער פארבאט אויך די סטעיט קאסעס פון געבן געלטער פאר סקולס וואס לאזן נישט אריין געוויסע סטודענטן וויבאלד די סטודענטן פאלגן נישט אויס די ספעציפישע רעליגיעזע פארשריפטן פון דער שולע. אידישע מוסדות באקומען נישט קיין דירעקט שכר לימוד הילף פון דער סטעיט, אבער זיי באקומען אנדערע פראגראמען און הילפס געלטער, וואס די נייע עקזעקוטיוו ארדער קען שטארק אפעקטירן די געלטער. אידישע ניו יארקער איינוואוינער, מוסדות התורה און ביזנעס אייגנטימער, זענען באזארגט איבער די אפעקטן פונעם עקזעקוטיוו ארדער, און קוקן ארויס צו הערן אן ערקלערונג.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל