די פינאנץ מיניסטארן פון דייטשלאנד און פראנקרייך האבן אפגעשריבן א בריוו צו די דזשי-20 רעגירונגען, אין וועלכן זיי האבן אויפגעפאדערט די באטרעפנדע רעגירונגען צו נעמען שריט קעגן ביטקאין און אנדערע קריפטאו-וואלוטעס.

דער בריוו, וואס איז אונטערגעשריבן געווארן דורך א צאל איינפלוסרייכע פערזענליכקייטן פון דער פינאנציעלער וועלט, ווייזט אן אז דאס הפקרות וואס הערשט אין דער וועלט פון קריפטאו-וואלוטעס שטעלט אינוועסטארס אין גרויסע פינאנציעלע געפארן.

ביטקאין איז לעצטנס געקומען אונטער אטאקע מצד א ריי רעגירונגגען און אינסטיטוציעס, וואס האט געפירט די פאפולערע קריפטאו-וואלוטע אויף א גאלאפ בארג-אראפ.

בילד: פראנקרייך, דייטשלאנד רופן פאר ביטקאין-קאנטראל

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל