א נאטיץ וואס דאס אויסערן מיניסטעריום האט אריבערגעשיקט צו פופצן מדינת ישראל אמבאסאדארן איבער דער וועלט דריקט אויס זארג וועגן א מעגליכקייט, אז סיריע וועט ווידעראמאל ניצן כעמישע וואפנס קעגן אירע שונאים אין לאנד, וואס וועט מעגליך זיך איבערגיסן דער גרעניץ אריין קיין ארץ ישראל.

דער נאטיץ גרייט צו די דיפלאמאטן אין פאל מדינת ישראל וועט, ווי דער מעמא איז מרמז, רעאגירן אויף א גאר שארפן אופן אויב דאס זאל געשען.

"מיר מוזן דאס קלאר מאכן, אז מדינת ישראל וועט דאס נישט דערלויבן און וועט פארטיידיגן זיך, איר שטח און בירגער," לייענט זיך אינעם נאטיץ.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל