ניו יארק – די ניו יארק סיטי פייער דעפארטמענט זאגט, אז א העליש פייער וואס האט פאסירט מיט עטליכע טעג צוריק אין מאנהעטן, איז געקומען פון א ציגארעטל וועלכע איז איבערגעלאזט געווארן אויף אן אומפאראנטווארטליכן פארנעם. דאס פייער האט פאסירט אין דער "ליטעל איטאליע" געגנט אויף מולבערי סטריט, און א רעסטוראנט מיט עטליכע אפארטמענטס העכער דעם זענען פארכאפט געווארן אין פלאמען, און ארום דרייצן מענטשן זענען פארוואונדעט געווארן, צוויי פון זיי גאר ערנסט און 11 מיט מילדע וואונדן.

די פייער דעפארטמענט באאמטע זאגן אז דאס פייער דארף דינען אלס דערמאנונג, אז ווען מען ענדיגט רויכערן א ציגארעטל, זאל מען זיכער מאכן אז עס איז אינגאנצן פארלאשן, בעפאר מען ווארפט עס אריין אין מיסט קאסטן, אדער אפילו אויב מען לאזט דאס אויף דער ערד.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל