ניו יארק – א נארוואס פארעפנטליכער באריכט פונעם ניו יארק סיטי קאמפטראלער סקאט סטרינגער צייגט, אז די שטאט האט פאראיאר אויסגעגעבן איבער א ביליאן דאלאר צו שליכטן אנקלאגעס, מיט דער גרעסטער סומע גייענדיג פאר דעם "שווארצן זונטאג" פייערלעשער און זייערע פאמיליעס, דאס הייסט דאס העלישע פייער אין דער בראנקס אום יאנואר 5 פאראיאר, מענטשן וועלכע זענען אומריכטיג געפינען געווארן שולדיג אין פארברעכנס וואס זיי זענען קיינמאל נישט באגאנגען, און מענטשן וואס זענען געשעדיגט געווארן דורך שטאטישע פאליציאנטן. די אומגעהויערע סומע - 1.018 ביליאן דאלאר - איז געווען בלויז עטוואס ווייניגער פון די 1.020 ביליאן דאלאר וואס די שטאט האט אויסגעגעבן אינעם פיסקעל יאר 2016. אבער די צאלונגען פאר מענטשן וואס זענען פערזענליך געשעדיגט געווארן אדער האבן געליטן שאדנס צו זייער פראפערטי איז געשטיגן מיט קנאפע זעקס פראצענט, מאכנדיג דאס די פינפטע נאכאנאנדע יאר וואס די קאסטן זענען געשטיגן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל