ניו דזשערסי – הכונו למערכה! נישט ממש, אבער פארט עפעס שרעקעדיג. אן איינגעשטעלטער אין א בית עלמין אין איסט הענאווער, ניו דזשערסי, האט געמוזט צוקומען צו ווערן "אויפגעגראבן" נאכ'ן זיך טרעפן באערדיגט אין א קבר. דער אינצידענט האט פאסירט ווען דער 59 יעריגער פיטער פערענטז האט געהאלטן אינמיטן גראבן א קבר, עס צו מאכן גרייט פאר א טויטן, און פלוצלינג, זייענדיג אינעווייניג אינעם גרוב, איז אן אכט-הונדערט פונטיגע צודעק ארויפגעפאלן אויף דער עפענונג פונעם קבר, און ער איז געבליבן שטעקן אונטער דעם. ער האט פאר א לענגערע צייט געדארפט שרייען און טופען אויפן שווער-וואגיקן דעקל, ביז אנדערע איינגעשטעלטע האבן אים דערהערט און זיי זענען אנגעקומען אים צו באפרייען. ער איז ארויסגעגראבן געווארן פונעם קבר, אפגעפירט געווארן אין שפיטאל און איז אפגעקומען מיט לייכטע וואונדן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל