אן אויסגעשפראכענער שונא ישראל האט געמאלדן זיין קאנדידאטור פאר א זיץ אינעם קאנגרעס אלס רעפובליקאנער.

דער 70-יעריגער אַרטור דזשאָינס, וועלכער שטאלצירט מיט זיין אנגעהעריגקייט צו דער 'אמעריקאנער נאצי פארטיי',  האט געמאכט עטליכע עפנטליכע אנטיסעמיטישע דעקלאראציעס, אריינגערעכנט דאס באצייכענען דעם חורבן אלס א 'פינסטערער שקר'.

דזשאָינס האט זיך געטראפן מיט דער קאנדידאטור צו לויפן פאר'ן קאנגרעס אלס רעפובליקאנער, נאך דעם וואס קיינער האט זיך נישט פארמאסן קעגן אים אין די פריימעריס.

דער פארזיצער פון דער רעפובליקאנער פארטיי אין אילינאי האט שארף אראפגעריסן דזשאינס, און אונטערגעשטראכן אז די פארטיי איז קיין פלאץ פאר נאציס זיינס גלייכן.

דזשאינס האט נישט קיין שאנסן צו געווינען אין דעם שטארק-דעמאקראטישן דיסטריקט.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל