טעהראן – דער "וואל סטריט זשורנאל" האט נעכטן באריכטעט, אז פארלאפענעם דעצעמבער האט דאס ווייסע הויז זיך פארבינדן אין געהיים מיט דער איראנער רעגירונג, צו פרובירן עפענען א דירעקטן קאנאל צווישן די צוויי לענדער, מיט'ן ציל צו ערלעדיגן אן ארעסטאנטן אויסטויש, וויבאלד איראן האלט יעצט אונטער זייער ארעסט אמווייניגסטנס 4 אמעריקאנער בירגער.

די אויפדעקונג צייגט אז די טראמפ אדמיניסטראציע פרובירט אויך א דיפלאמאטישן צוגאנג מיט איראן, טראץ טראמפ'ס נאכאנאנדע קריטיק קעגן אבאמא פאר'ן פירן געשפרעכן מיט דעם ארטיגן איסלאמישן רעזשים, און ספעציפיש זיין אראפרייסן אבאמא'ן פאר'ן ערלעדיגן אן ארעסטאנטן אויסטויש אין יאר 16', וויבאלד אבאמא האט דאן געגעבן פאר איראן 400 מיליאן דאלאר פון איראנער געלטער וואס זענען געווען איינגעפרוירן ביז דאן. לויט'ן באריכט, האט איראן פשוט איגנארירט די טראמפ אדמיניסטראציע'ס דיפלאמאטיע פרואוון.

בילד: אויפדעקונג: טראמפ האט געוואלט דיפלאמאטישע געשפרעכן מיט איראן

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל