דער איראנער דעפיוטי אויסערן מיניסטער האט נעכטם אדרעסירט א קאנפערענץ אין לאנדאן אין וועלכע ער האט געזאגט אז איראן שטימט איין מיט׳ן אמעריקאנער פרעזידענט וועלכע רופט אן די נוקלעארער אפמאך א ״שלעכטער אפמאך״ אבער עס איז שלעכט פאר איראן, ער זאגט אז די איראנער פאלק איז אנטוישט פון די רעזולטאטן פונעם אפמאך וועלכע האבן געזאלט אויפלעבן איר עקאנאמיע דורך דעם וואס די אינטערנאציאנאלע סאנקציעס זענען אראפגענומען געווארן.

״איראן האט נאך אלס נישט קיין געהעריגע צוטריט צו אלוועטליכע עקאנאמישע אינסטיטוציעס״ האט ער זיך באקלאגט, וויבאלד אמעריקע האלט נאך אן א טייל פון די סאנקציעס, און אזוי אויך זענען גרויסע פירמעס און אינוועסטירער באזארגט איבער וואס פרעזידענט טראמפ פלאנט אין די צוקונפט און איבער די מעגליכקייט אז ווייטערדיגע אמעריקאנער סאנקציעס וועט שאטן פאר די וועלכע אינוועסטירן אין איראן.

דער באאמטער זאגט אז איראן וועט זיך ארויסציען פונעם אפמאך אויב די סיטואציע טוישט זיך נישט, און וועט ווייטער אנטוויקלן איר נוקלעארן פראגראם וויבאלד זי האט נישט קיין סאך פארדינט פון דעם וואס די אינטערנאציאנאלע סאנקציעס זענען אראפגענומען געווארן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל