לאנדאן – א בריטישער ריכטער האט נעכטן געזאגט, אז דער ארעסט באפעל פון דער בריטישער רעגירונג אויף דזשוליען אסאנדזש, דער גרינדער און פירער פון וויקיליעקס, איז נאך אלץ אין קראפט. אסאנדזש האלט זיך שוין אויף אין דער עקוואדאר אמבאסאדע אין לאנדאן פאר 5 יאר, מורא האבנדיג אז ווען ער וועט ארויסקומען פון דארטן, וועט ער גלייך ארעסטירט ווערן דורך די בריטישע פאליציי, וועלכע וועלן אים אויסליפערן קיין אמעריקע, וואו ער וועט גאנץ ווארשיינליך אויסשטיין א פראצעס איבער די אומצאליגע רעגירונג סודות און דאקומענטן וואס ער האט פובליצירט אין די לעצטערע יארן. זיינע לאיערס האבן געהאט אריינגעגעבן א ביטע צו ריכטערין עמא ארבוטנאט, אז זי זאל אנולירן דעם ארעסט–באפעל פון דער בריטישער רעגירונג, וויבאלד די שוועדישע רעגירונג וועלכע האט אים אריגינעל געזוכט צו ארעסטירן פאר א פראצעס איבער פערזענליכע מיסברויכן, האט צוריקגעצויגן פון זייערע קלאגעס קעגן אים. למעשה האט ריכטערין ארבוטנאט זיך אנטזאגט צו אנולירן דעם ארעסט באפעל.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל