די 'פעדעראלע הייוועי אדמיניסטראציע' האט געמאלדן אז זי וועט צוריקהאלטן פערצן-מיליאן דאלאר פון דעם שטאט ניו יארק, צוליב נישט אויספאלגן א פריערדיגע אנווייזונג צו באזייטיגן געוויסע שילדן פון די הייוועיס.

די שילדן, וועלכע ווערן אויסגעלייגט איבער פארשידענע הייוועיס, רופן פארבייפארנדע מאטאריסטן צו באזוכן ניו יארק. גאווערנאר קאומא האט אונטערגענומען די אינציאטיווע אין 16', מיט'ן ציל אויפצוטרייבן טוריזם אין שטאט און העלפן די עקאנאמיע.

די פעדעראלע רעגירונג האלט אבער אז די שילדן, וועלכע דירעקטירן פארבייפארערס צו א וועבסייט וועגן ניו יארקער אטראקציעס, זענען אומלעגאל און שטערן דרייווערס.

גאווערנאר קאומא האט אפגעזאגט דעם פארלאנג פון דער 'פעדעראלע הייוועי אדמיניסטראציע' צו באזייטיגן די שילדן, און די עף-עיטש-עי האט יעצט געזאגט אז אויסער אויב די שילדן ווערן באזייטיגט ביז סעפטעמבער 30, וועט די שטאט נישט באקומען דאס געלט.

בילד: פעדעראלע רעגירונג באשטראפט ניו יארק צוליב הייוועי-שילדן

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל