טעהראן – די איראנער רעגירונג האט נעכטן געמאלדן, אז זיי האבן געכאפט און ארעסטירט אן אומאידענטיפיצירטן פערזאן צו זעקס יאר טורמע, נאכדעם וואס יענער איז אנגעקלאגט געווארן אין פארקויפן סודות פון איראן'ס נוקלעארע אקטיוויטעטן פאר די פאראייניגטע שטאטן און פאר איין אייראפעאישן לאנד. איראנער רעגירונג אויטאריטעטן האבן נישט ארויסגעגעבן צופיל פערזענליכע דעטאלן איבער'ן פאראורטיילטן פארשוין, נאר דער טעהראנער פראקוראר אבאס דולאטאבאלי האט געזאגט, אז דער פארשוין האט זיך 9 מאל געטראפן מיט אגענטן פון אמעריקע און אייראפע, און ער האט זיי איבערגעגעבן די אינפארמאציע, באקומענדיג באצאלט געלט דערפאר. דאס קומט נאכדעם וואס אין דעצעמבער האט דער איראנער סופרים קאורט באשטעטיגט טויט שטראף פאר אכמעדראזא דזשאלאלי, א שוועדיש-איראנער וועלכער האט פארקויפט איראנער סודות פאר מדינת ישראל.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל