קאליפארניע – די "נאציאנאלע לעיבאר רילעישאנס באורד", וועלכע גיט ארויס אורטיילן איבער ארבעטס געזעצן אין אמעריקע, האט ארויסגעגעבן זייער ענדגילטיגע מיינונג, אז "גוגעל" האט נישט פארלעצט קיין שום לעיבאר געזעצן מיט'ן אויפזאגן זייער אינזשעניר דזשעימס דאמאור. די אויפזאגונג פון דאמאור איז געקומען מיט עטליכע מאנאטן צוריק, נאכדעם וואס ער האט פובליצירט א דאקומענט אין וועלכע ער האט אפגעשריבן זיין מיינונג איבער'ן פאקט אז אין דער טעכנאלאגישער אינדוסטריע ארבעטן ווייניג פרויען, שרייבנדיג אז דאס האט גארנישט מיט דיסקרימינאציע קעגן פרויען, נאר פשוט ווייל זיי זענען נישט אזוי קלוג ווי מענער. אין דער ליבעראלער וועלט פון "גלייכבארעכטיגונג", האט דאמאור'ס בריוו געשאפן א שטורעם, און "גוגעל" האט געשפירט א דרוק פון ליבעראלע גרופעס ארויסצואווארפן דאמאור, וויבאלד ער האט אויסגעדריקט א קאנסערוואטיוו-גענויגטע אומפאפולערע מיינונג. אצינד האט די אויבנדערמאנטע אויטאריטעט געאורטיילט אז גוגעל האט אים געמעגט ארויסווארפן, אבער דאמאור קלאגט ווייטער אין געריכט, אז גוגעל האט דיסקרימינירט קעגן אים.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל