אין די פארט שטאט קאלעי אין פראנקרייך האט אויסגעבראכן א מאסן קריגעריי צווישן די פליטים וואס האלטן זיך דארט אויף אין די מאסן, אמווייניגסטנס 5 זענען געשאסן געווארן ווען עס איז געעפנט געווארן פייער צוליב א קריגעריי וואס האט אויסגעבראכן ווען זיי זענען געשטאנען אין די רייע צו באקומען עסנווארג, איין אפגאנער און 4 אפריקאנער זענען אין א קריטישן צושטאנד. דער פראנצויזישער אינערן מיניסטער זאגט אז דאס צייגט אז די מצב אין קאלעי איז שוין אומדערטערעגליך און באוואפנטע באנדעס נעמען איבער קאנטראל פון די שטאט. די שטאט קאלעי איז די גרעניץ שטאט צווישן פראנקרייך און ענגלאנד און טויזנטער פליטים פרובירן דורך דארט צו אנקומען קיין ענגלאנד, אין די לעצטע וואכן איז די שטאט געווען פילע מאל אין די נייעס, ספעציעל נאכדעם וואס דער פראנצויזישער פרעזידענט איז אראפגעפארן אהין באטראכטן די סיטואציע פון די נאנט און פארשפראכן צו ברענגען דארט ארדענונג.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל