אין דעם צווייט-גרעסטן אזא געשעפט אין דער היסטאריע פון ניו יארק סיטי, וועט דער אינטערנעט-ריז, גוגל, אפקויפן א געביידע אין מאנהעטן פאר'ן אסטראנאמישן סכום פון 2.5-ביליאן דאלאר.

דער בנין, 'טשעלסי מארקעט', פארנעמט א גאנצן סקווער-בלאק ביי דער אכטער און ניינטער עוועניו, צווישן וועסט 15 און וועסט 16 סטריט, און באשטייט פון 1.2-מיליאן סקווער-פיס.

גוגל האט שוין פריער איינגעקויפט עטליכע ריזיגע געביידעס אין מאנהעטן פאר ביליאנען דאלארס, אריינגערעכנט א ריזן בנין אויף דער אכטער עוועניו.

דער טייערסטער ריעל-עסטעיט מקח אין מאנהעטן איז געווען אין 07', ווען די דזשי-עם געביידע איז פארקויפט געווארן פאר 2.8-ביליאן דאלאר.

Image Alternative Text

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל