וואשינגטאן – די צאל האס גרופעס אין די פאראייניגטע שטאטן, איז שטארק געשטיגן אין לויף פון יאר 17', לויט א נייער באריכט וואס די "סאוטערן פאווערטי לאו צענטער" האט פובליצירט נעכטן. אלעס אינאיינעם זענען אין יאר 17' געווען 954 האס גרופעס, וואס איז מיט 4 פראצענט מער ווי אין יאר 16'. צווישן די מער ווי זעקס הונדערט ווייסע ראסיסטישע גרופעס, איז געשטיגן די צאל נעא-נאצי ארגאניזאציעס פון 99 צו 121, און אנטי-מוסולמענער גרופעס זענען אויך געשטיגן פון 101 צו 114. אין די זעלבע צייט האט מען אויך געזען אז שווארצע ראדיקאלע באנדעס, א שטייגער ווי די באקאנטע "נעישאן אוו איסלאם", זענען געשטיגן אין יאר 17', שטייענדיג ביי 233 עקזיסטירנדע גרופעס, וואס באדייט א 20 פראצענט העכערונג פון א יאר פריער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל