די יו.ען. האט ארויסגעגעבן איר יערליכע באריכט איבער די שווערע צושטאנד אין אפגאניסטאן, און צייגט אן אז דורכאויס 2017 זענען איבער צען טויזנט ציווילע בירגער אומגעקומען אדער פארוואונדעט געווארן, דאס רעכנט אריין 3,438 טויטפעלער.

ארום 40% פון זיי זענען געשעדיגט געווארן פון זעלבסמארד אטאקעס אדער אנדערע סארט באמבע אויפרייסן. און נאך ארום 33% זענען געשעדיגט געווארן פון פייער אויסטוישן צווישן די טאליבאנער און די זיכערהייטס קרעפטן, אדער פון לופט אטאקעס דורך די איליאירטע קרעפטן.

עס איז די פערטער יאר אין א רייע וואס די ציפער שטייט איבער צען טויזנט, אבער דאס איז מיט 9 פערצענט ווייניגער פאטאליטעטן ווי א יאר פריער, אבער די באריכט ווארנט אז ווי עס שיינט איז די יעצטיגע יאר מער טויטליך און ווארנט פון א מאסיווע אויפשטייג אין די פאטאליטעטן אויב די אליאירטע קרעפטן און די אפגאנער זיכערהייט אויטאריטעטן באווייזן נישט צו באקעמפן די טאליבאנער און אנדערע טעראר גרופעס.

אין די זעלבע צייט איז די בי.בי.סי ארויסגעקומען מיט א גרונטליכע שטודיע וועלכע צייגט אז איבער 70% פונעם אפגאנער באפעלקערונג זענען דירעקט באדראעט פון די טאליבאנער אטאקעס און געפונען זיך אין ערטער ווי די טאליבאנער זענען עפנטליך אקטיוו. און די טאליבאנער זענען אין פולן קאנטראל פון 14 דיסטריקטס וואס מאכט אויס ארום 4% פון אפגאניסטאן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל