קאליפארניע – א פרישער באריכט ווארנט, אז אין יאר 2018 וועלן היים פרייזן דראסטיש שטייגן, וואס איז גוטע נייעס אויב זענט איר א ריעל עסטעיט סוחר און איר האט הייזער צו פארקויפן, אבער עס איז ווייט פון גוטע נייעס אויב זענט איר עמיצער וואס זוכט צו קויפן א נייע הויז. דער באריכט קומט פון דער "קאור לאדזשיק" פינאנציעלע פירמע, וועלכע זאגט אז אין פארלאפענעם נאוועמבער, זענען היים פרייזן געשטיגן מיט אזויפיל ווי 7 פראצענט, און באזירט אויף דעם, זאגן זיי, וועט עס נאך מער שטייגן אין לויף פון יאר 2018. די גרופע זאגט אז די סופליי פון נייע הייזער צו פארקויפן שרימפט שטארק, און דער פארלאנג פאר נייע הייזער צו קויפן, שטייגט, וואס באדייט אז מער קאסטומערס שלאגן זיך ארום פאר ווייניגער הייזער, וואס וועט ארויפטרייבן די פרייזן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל