ניו יארק סיטי – מען האט נעכטן געהערט גרויס אויפברויז איבער'ן טויטליכן פייער וואס האט געברענט פארגאנגענע וואך אין אן אפארטמענט געביידע אין דער בראנקס, וואו 12 זענען אומגעקומען. ווי עס האט זיך ארויסגעשטעלט, האט זיך דאס פייער אנגעהויבן ווען א קליין קינד האט זיך געשפילט מיט פייער און ס'האט זיך בליץ שנעל פארשפרייט, און נעכטן האט מען געהערט קריטיק קעגן דער פאמיליע פונעם קליינעם קינד, סיי צוליב'ן פאקט פון לאזן דאס קינד שפילן מיט פייער, און סיי אז זיי האבן נישט געטאן גארנישט צו פרובירן פארלעשן אדער איינהאלטן דאס פייער פון פארשפרייט ווערן – אבער בעיקר אויף דעם וואס די פאמיליע איז ארויסגעלאפן פון דער געביידע, אן טון דאס מינדעסטע איינצומעלדן פאר די אנדערע צענדליגער איינוואוינער אז א פייער ברענט, כדי זיי זאלן קענען צייטליך עוואקואירן.

בילד: אויפברויז איבער בראנקס פייער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל