א געריכט אין קאליפארניע האטנעכטן געאורטיילט קעגן די פעדעראלע רעגירונג איבער די באשלוס פון די טראמפ אדמניסטראציע מיט עטליכע מאנאטן צוריק צו ענדיגן דעם דאק״א פראגראם, און אלס רעזולטאט וועלן די וועלכע זענען אנגעשלאסן אינעם פראגראם קענען באנייען זייער לעגאלע סטאטוס, אבער גלייכצייטיג וועט די פראגראם נישט קענען אננעמען קיין נייע אפליקאציעס. דאס קומט אינעם זעלבן טאג וואס דער פרעזידענט האט אויסגעדריקט שטיצע פאר׳ן אנהאלטן דעם פראגראם אונטער אן אפמאך וואס ער זוכט צו שליסן מיט די דעמאקראטן איבער אימיגראציע.

די ריכטערין אין סאן פראנציסקא האט געשריבן אין איר אורטייל אז די באשלוס פון די אדמינסטראציע צו ענדיגן דעם פראגראם האט נישט קיין לעגאלע האפט און אז ווילאנג פארהאנדלונגען קומען פאר צווישן ביידע פארטייען איבער דעם פראגראם קען די רעגירונג נישט אנולירן דעם לעגאלן סטאטוס פון די וועלכע זענען שוין אנגעשלאסן אינעם פראגראם, דער אורטייל איז געקומען נאך א קלאגע וועלכע איז איינגערייכט געווארן דורך די קאליפארניע אויטאריטעטן, און דער אטוירני דשענעראל פונעם שטאַט האט שטארק באגריסט דעם אורטייל.

דאס ווייסע הויז האט פארדאמט דעם אורטייל און טראמפ האט רעאגירט זאגנדיג אז עס צייגט אז דער יורדישע סיסטעם אין אמעריקע איז ״צובראכן״. אבער ווי עס שיינט וועט די פעדעראלע רעגירונג נישט אפעלירן דעם אורטייל נאכדעם וואס דער פרעזידענט האט שוין נעכטן קלאר געמאכט אז ער פלאנט סיי ווי נישט צו אינפארסירן די אימיגראציע געזעצן אויף די וועלכע זענען אנגעשלאסן אין דאק״א און ער זוכט צו געבן פאר די אנגעשלאסענע אינעם פראגראם א פערמענאנטע לעגאלע סטאטוס.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל