פרישע באריכטן איבער די אומשטענדן אין וועלכע א אידישער ביליאנער און בארימטער פילאנטראפיסט, בערי שערמאן, איז געפונען געווארן טויט אינאיינעם מיט זיין פרוי אין זייער הויז אין טאראנטא מיט א חודש צוריק, זאגן אז די אויספארשערס זענען ביי דער מיינונג אז אז מער ווי איין מענטש איז געווען פארמישט אין דעם מארד.

די ערשטע באריכטן פון דער קאנאדישער פאליציי האט באצייכנט דעם טויט פון דעם שערמאן-פּאָר אלס "פארדעכטיגט" און אז די צוויי זענען ווארשיינליך אומגעברענגט געווארן.

יעצט האט די ארטיגע פרעסע ציטירט אנאנימע קוואלן פון א פריוואטע אויספארשונג אגענטור, אז אויפ'ן סמך פון פארשידענע סימנים האלטן זיי יעצט, אז דער מארד איז דורכגעפירט געווארן דורך א גאנצער גרופע מענטשן.

די קערפערס זענען געפונען געווארן דורך א ריעל-עסטעיט אגענט, וועמען שערמאן האט פריער אויפגענומען צו פארקויפן זייער הויז.

שערמאן איז געווען פאררעכנט אלס איינער פון די רייכסטע מענטשן אין קאנאדע, און איז געווען בארימט אלס ריזיגער פילאנטראפיסט, וועלכער האט פארטיילט מיליאנען דאלארס צו פארשידענע וואוילטעטיגע צוועקן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל