א הויכראנגיגער לאטווישער פאליטישאן, וועלכער פירט אן א קאמפיין אראפצונעמען די רוסישע שפראך פון ארטיגע שילדן און מאנומענטן, האט באצייכנט די שפראך אלס דאס "לשון פון אינטערנאציאנאלן ציוניזם" און איז "גארנישט אנדערש ווי העברעאיש און אידיש."

אלעקסאנדער קירשטענזשס, דעפיוטי ספיקער פון לאטווישן פארלאמענט, איז א מיטגליד אין א נאציאנאליסטישער פארטיי, און האט די באמערקונג געזאגט דורכאויס א דעבאטע מיט דער אפאזיציע.

ארום א פערטל פון די צוויי-מיליאן לאטווישע בירגער זענען עטנישע רוסן, וועלכע רעדן די רוסישע שפראך.

לאטוויע איז דאס איינציגע לאנד אויף דער וועלט וואו וועטעראן עס-עסניקעס פירן יערליך דורך א פאראד.

בילד: לאטווישער געזעצגעבער באצייכנט רוסיש אלס "ציוניסטישע שפראך"

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל