נאך עטליכע געשפרעכן וואס זענען אין די לעצטע טעג פארגעקומען צווישן פארשטייער פון די צוויי קארעאס, איז היינט באריכטעט געווארן אז די קאמוניקאציעס זענען אנגעקומען צו העכערע אינסטאנצן, און עס קומען פאר ערנסטע פארהאנדלונגען צווישן די צוויי לענדער.

א פארשטייער פאר נארט קארעא האט באצייכנט די געשפרעכן אלס "פאזיטיוו," און צווישן אנדערן איז באשטימט געווארן אז נארט קארעא וועט זיך אפיציעל באטייליגן אין די בעפארשטייענדע אלימפיאדישע שפילן וועלכע קומען פאר אין סאוט קארעא.

דאס איז א דראמאטישער שריט, וואס קען ברעכן די אייז און פירן צו א מעגליכע שלום אפמאך צווישן די צוויי לענדער, וועלכע זענען שוין אפיציעל אין א קריגס-צושטאנד שוין איבער 50 יאר.

טראץ דעם וואס אמעריקע טוט אפיציעל באגריסן דעם שריט, טוען אבער געוויסע אין וואשינגטאן אויסדרוקן סקעפטיציזם איבער דעם פארשריט, און זאגן אז דאס איז א מאניפולאציע דורך דעם נארט קארעא רעזשים, צו אפטיילן צווישן סאוט קארעא און אמעריקע.

די אמעריקאנער פארשטייערין אינעם פעלקער פאראיין, ניקי העילי, האט געזאגט אין א סטעיטמענט אז וואשינגטאן האט נישט געטוישט איר פאזיציע, און פארלאנגט נאך אלץ אז נארט קארעא זאל אויפגעבן איר נוקלעארע פראגראם, אלס באדינג פאר סיי וועלכע דירעקטע געשפרעכן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל