א דאקומענט וואס איז נעכטן ארויסגערונען צו דער פרעסע צייגט, ווי די טראמפ אדמיניסטראציע האט אדאפטירט א פלאן אויפצולעזן שטאפלווייז אבאמאקעיר. דער דאקומענט איז צוגעשיקט געווארן פון ווייסן הויז צו קאנסערוואטיווע געזעצגעבער, און איז פרעזענטירט געווארן אין דער צייט וואס פארהאנדלונגען זענען אנגעגאנגען דורכצופירן אן אפשטימונג אין קאנגרעס צו אנולירן אבאמאקעיר. עס לייגט ארויס צען שטאפלען וואס די אדמיניסטראציע קען אויסנוצן איר מאכט און טוישן רעגולאציעס דורך עקזעקוטיווע ארדערס פונעם פרעזידענט, אריינגערעכנט דאס איינצוימען די צייט ווען מ'קען זיך איינשרייבן אינעם פראגראם, שענקען מער רעכטן פאר שטאטן און פאר אינשורענס פירמעס צו טוישן די פארשריפטן פון אבאמאקעיר, און נאך פונקטן וואס אלעס אינאיינעם לאזט איבער דעם פראגראם פארקריפלט און נוצלאז. דעמאקראטן האבן שטארק קריטיקירט דעם דאקומענט און ווי זיי זאגן צייגט דאס אז דער פרעזידענט נוצט זיין עקזעקוטיווע מאכט צו טוישן דאס געזעץ.

זעה דאקומענט

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל