די בריטישע פאליציי האט ארעסטירט א 22-יעריגן נאצי, צוליב א סעריע העצערייען וואס יענער האט געמאכט קעגן אידן.

דער מאן, וועמענס נאמען איז נישט פארעפנליכט געווארן אין דער פרעסע, האט ביי א פארזאמלונג פון רעכטע ראדיקאלן באצייכנט אידן אלס "פאראזיטן" און א "קרענק" אין דער געזעלשאפט.

דער זעלבסגעקרוינטער נאצי האט אויך געזאגט, אז בריטאניע האט ביי דער צווייטער וועלט-מלחמה זיך געשטעלט אויף דער "נישט-ריכטיגער זייט".

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל