וואשינגטאן – א פרישער באריכט צייגט, אז ביים איינשווערונג פון פרעזידענט דאנאלד טראמפ פונקט פאר א יאר צוריק, האבן אנטיילגענומען הויכראנגיקע רוסישע רעגירונג-פיגורן און רוסישע-פארבינדעטע באאמטע, און אז די עף-בי-איי האט אויף זיי אלע געהאלטן אן אויג. איינער פון די רוסישע פיגורן וואס האבן אנטיילגענומען ביי דער טראמפ איינשווערונג, איז געווען נאטאלי וועסעלניצקייע, די רוסישע לויערקע וועלכע איז שפעטער געווארן א צענטערפונקט פון דער טראמפ-רוסלאנד אויספארשונג. וועסעלניצקייע האט זיך אין יוני יאר 16' געהאט געטראפן מיט דאנעלד טראמפ דזשוניאר, טראמפ'ס זון, דזשעראד קושנער און דאן-קאמפיין מענעדזשער פאול מענעפארט, נאכ'ן הערן אז וועסעלניצקייע האט צו ברענגען רוסיש-געזאמלטע שמוץ אויף פרוי קלינטאן. וועסעלניצקייע האט זיך באטייליגט ביי א ספעציעלע רייכע איינשווערונג פארטי, וואס קאנגרעספרוי דאנא רארבאכער האט ארגאניזירט פאר טראמפ.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל