טעהראן – די איראנער רעוואלוציאנערע גארד האט נעכטן אין א סטעיטמענט דערקלערט, אז די אנטי-רעגירונג פראטעסטן און ראיאטן זענען סוקסעספול אפגעשטעלט געווארן, נאך א וואך פון העפטיגע פראטעסטן אין פילע שטעט איבער'ן לאנד. די רעוואלוציאנערע גארד זאגט אז די פראטעסטן זענען אפגעשטעלט געווארן א דאנק די ארבעט פון טויזנטער אפיצירן פון דער "באסיזש" אפטיילונג פון דעם איראנער מיליטער, און באזונדער א דאנק די צענדליגער טויזנטער פרא-רעגירונג מארשירער, וועלכע זענען ארויסגעקומען צייגן וואס די אמת'ע איראנער בירגער האלטן, און נישט "די וועלכע לאזן זיך פירן פון א פאלשן פראפאגאנדע קאמפיין געפירט דורך אמעריקע, ענגלאנד, איזראעלישער רעזשים, סאודי אראביע און אנדערע פיינט".

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל