אלאבאמא – אקטיוויסטן האבן אויפגעטריבן איבער 150 טויזנט דאלאר, צו העלפן א געליטענעם איינוואוינער פון אלאבאמא, וועמענ'ס היים איז שווער געשעדיגט געווארן אין א פארדעכטיגטן פייער. די רעדע איז פון אן אלאבאמא איינוואוינער וועלכע איז ארויסגעקומען מיט עטליכע מאנאטן צוריק קעגן דעם דעמאלטדיגן רעפובליקאנער אלאבאמא סענאט קאנדידאט, ראי מאור, אים צו באשולדיגן איבער מיסברויכן. די באשולדיגונגען וואס דער אלאבאמא איינוואוינער האט ארויסגעשטעלט, האט ביי דער ענדע געשפילט א הויפט ראלע אין מאור'ס פארלוסט, און אצינד, געציילטע וואכן נאך מאור'ס פארלוסט, האט א פייער פלוצלינג אויסגעבראכן אינעם היים פון דעם וואס האט ארויסגעשטעלט די באשולדיגונגען קעגן מאור. די פאליציי פארשן צי ס'איז געווען א דירעקט-אונטערגעצונדענע ארסאן פייער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל