אטענס – די טערקישע רעגירונג האט געסטראשעט גריכנלאנד, זאגנדיג אז דאס וואס די גריכישע אויטאריטעטן האבן געשאנקען פאליטישע שוץ פאר א טערקישן בירגער וועלכער ווערט געזוכט, וועט אפעקטירן די באציאונגען צווישן די צוויי לענדער. די רעדע איז פון א גרופע טערקישע זעלנער וועלכע זענען אנטלאפן קיין גריכנלאנד אין זומער יאר 16', נאכדעם וואס דער מיליטערישער פוטש קעגן דער טערקישער רעגירונג איז דורכגעפאלן. ביז יעצט האט די ספעציעלע "אזיל-רעכט קאמיסיע" אין גריכנלאנד אפגעווארפן די פאליטישע שוץ ביטעס פון עטליכע פון די זעלנער, אבער די קאמיסיע האט ענדע פאריגע וואך געשאנקען פאליטישע שוץ פאר איין טערקישן זעלנער, וואס האט געברענגט אויפברויז ביי טערקיי, וועלכע וויל ארויסבאקומען דעם זעלנער און אים שטעלן פאר א פראצעס, פאר זיין ראלע אינעם פוטש.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל