נארט קאראליינע – אמעריקאנער מיליטערישע באאמטע זאגן, אז א רוסישע שפיאנאזש שיף רוקט זיך נאענטער און נאענטער צו אמעריקע'ס בארטנס. די רוסישע שיף, וויקטאר ליאנאוו, איז געזען געווארן עטליכע טעג צוריק, ביים פארלאזן די בארטנס פון טרינידעד און טאבעגא נעבן שפאניע, און יעצט פארט די שיף אין ריכטונג פון אמעריקע. דאס אמעריקאנער מיליטער האלט א נאענטן אויג אויף דער שיף, וועלכע געפינט זיך יעצט בלויז הונדערט מייל אפגערוקט פון די בארטנס פון נארט קאראליינע.

די גאנצע זאך קומט אין א צייט וואס עס הערשט גרויס אנגעצויגנקייט צווישן אמעריקע און רוסלאנד, הויפטזעכטליך דאס וואס דער אמעריקאנער סעקרעטערי אוו סטעיט רעקס טילערסאן האט נעכטן געזאגט אז רוסלאנד ווערט געהאלטן פאראנטווארטליך פאר דער פרישער כעמישע וואפן אטאקע, וואס דער אסאד רעזשים האט דורכגעפירט אויף אומשולדיגע בירגער.

בילד: די רוסישע וויקטאר ליאנאוו CCB-175 שיף

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל