האוואאי – צוויי ספרי תורה פון א שוהל אין האוואאי זענען גערויבט געווארן מיט עטליכע טעג צוריק. לויט ווי די לאקאלע אידישע געמיינדע דערציילט, זענען די ספרי תורה ארויסגערויבט געווארן פונעם חב"ד שוהל וואס געפינט זיך אין האנאלולו, אויפ'ן אהו אינזל, און די גניבה האט פאסירט מוצאי שבת שפעט ביינאכט, אדער זונטאג. די שוהל, וועלכע איז אונטער דער פירערשאפט פון הרב איטשע קראסנדזשאנסקי הי"ו, האט ארויסגעשטעלט א 5 טויזנט דאלער באלוין פאר ווער עס וועט ברענגען אינפארמאציע וואס וועט העלפן אפגעפינען די ספרי תורה, און ווי די ארטיגע אידן זאגן טראגן די ספרי תורה א ספעציעלן חשיבות, וויבאלד איינס האט דורכגעלעבט די ביטערע צווייטע וועלט קריג, און די צווייטע איז נתנדב געווארן לע"נ א יונג קינד וואס איז נפטר געווארן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל