בילד

לאנדאן – א 22 יעריגער בריטישער בירגער, וועלכער האט זיך זעלבסט דערקלערט אלס א נאצי, איז נעכטן דערקלערט געווארן שולדיג אין געריכט, אויף קלאגעס אז ער האט אנגעדרייט ראסע האס. דער פארשוין וואוינט אין לענקשייער, און זיין נאמען ווערט נישט ארויסגעגעבן פאר לעגאלע אורזאכן, און אין געריכט האבן די פראקורארן ארויסגעשטעלט די פארשידענע קלאגעס קעגן אים, אריינגערעכנט רעדעס וואס ער האט געגעבן, אין וועלכע ער האט באצייכנט אידן אלס "פאראזיטן וועלכע דארפן אויסגעריסן ווערן", ה"י, און אויך האט ער געזאגט אז ענגלאנד האט אויסגעוועלט די נישט-גערעכטע זייט ביים צווייטן וועלט קריג.

נאך דער שולד דעקלעראציע, האט דער פארשוין זיך אויפגערעגט און געזאגט, אז דער גאנצער בריטישער יוסטיץ סיסטעם איז קאנטראלירט דורך אידן.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל