דער רעפובליקאנער ביזנעסמאן, הערי ווילסאן, וועלכער ווערט געזען אלס דער פאסיגסטער קאנדידאט צו לויפן קעגן דעם אמטירנדן דעמאקראטישן גאווערנאר קאומא האט געמאלדן, אז ער וועט נישט לויפן פאר גאווערנאר אין די קומענדיגע וואלן.

דער 46-יעריגער ווילסאן ווערט געזען אלס א שטארקער קאנדידאט מיט די בעסטע שאנסן פאר א רעפובליקאנער צו געווינען א פארמעסט קעגן קאומא, וועלכער וויל לויפן אין 2020 אויף א דריטן טערמין, און באטראכט אויך די מעגליכקייט פון לויפן פאר פרעזידענט.

ווילסאן, וועלכער איז פארהייראט און פארמאגט א משפחה מיט קינדער, האט אנגעוויזן אז אריינגיין אינעם פארמעסט וועט אים שטערן פון זיין מיט משפחה. פריער האט ער שפעקולירט וועגן יא לויפן, און דערביי זיך אונטערגענומען צו ווידמען צען-מיליאן דאלאר אייגן געלט צו פינאנצירן זיין קאמפיין.

בילד: הערי ווילסאן

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל