דייטשלאנד – אן אינטערעסאנטער טאגבוך, וואס א דייטשער בירגער האט געשריבן אין לויף פון די יארן פונעם צווייטן וועלט קריג, וועט אין די טעג פובליצירט ווערן אויף דער ענגלישער שפראך צום ערשטן מאל. דער טאגבוך איז געשריבן געווארן דורך פרידריך קעלנער, א יוסטיץ איינגעשטעלטער אין א קליין שטעטל אין דייטשלאנד, וועלכער האט אנגעהויבן עס צו שרייבן אין 939' און האט 676 מאל געשריבן דערין, בעיקר איבער זיין אפאזיציע און אויפברויז קעגן די נאציס ימ"ש. א הויכפונקט פונעם טאגבוך איז וואו ער שרייבט אז ווען ס'וועט קומען די צייט צו באשטראפן די נאציס, וועלן די דייטשע בירגער אויך ליידן, וויבאלד 99 פראצענט פון זיי ווייסן פון די נאצישע ברוטאליטעטן און מאסן מארד קעגן אידן. אט דער פונקט איז וויכטיג פאר היסטאריקער, וויבאלד עס צייגט אז דער פשוט'ער דייטשער פאלק האט יא געוואוסט פון די סיסטעמאטישע מארדן קעגן אידן ביים קריג.

בילד: קריג-עפאכע  טאגבוך פובליצירט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל