וואשינגטאן – סטיוו בענאן, געוועזענער טראמפ סטראטעגיסט, האט נעכטן פארלוירן זיין דזשאב אלס הויפט רעדאגירער פון דער קאנסערוואטיווער "ברייטבארט" נייעס אגענטור. דאס קומט עטליכע טעג נאכדעם וואס עס איז פובליצירט געווארן דער נייער אנטי-טראמפ בוך "פייער און צארן", אין וועלכע עס ווערן נאכגעברענגט קאמענטארן פון בענאן, אראפצורייסן פרעזידענט טראמפ'ס זוהן, דאנעלד דזשוניאר, און אנדערע גאר נאענטע צום פרעזידענט. בענאן האט שוין פארלוירן די פינאנציעלע שטיצע פון דער קאנסערוואטיווער "מערסער" פאמיליע, וועלכע האבן אריגינעל געשטיצט זיין פאליטישן אפאראט מיט מיליאנען דאלארן, און יעצט האט בענאן פארלוירן זיין איינציגן דזשאב.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל