תל אביב – נעכטן האט דאס ווייסע הויז ארויסגעגעבן די דעטאלן פונעם באזוך וואס וויצע פרעזידענט מייק פענס וועט אפהאלטן אינעם מיטל מזרח ראיאן. דער באזוך האט געזאלט פארקומען דעצעמבער, אבער ס'איז אפגעשטופט געווארן צוליב'ן שטייער רעפארם אפשטימונג און דער חאגע סעזאן, און אצינד איז קלאר אז ער וועט זיך ארויסלאזן פאר'ן באזוך קומענדיגן פרייטאג יאנואר 19. ער וועט צו ערשט באזוכן עגיפטן, פאר א זיצונג מיט'ן ארטיגן פרעזידענט על סיסי, און דערנאך פליען קיין ירדן, פאר א באזוך מיט קעניג אבדולא, און דערנאך קיין מדינת ישראל, פאר א צוויי טאגיקן באזוך, וואו ער וועט זיך טרעפן מיט'ן איזראעלישן פרעמיער מיניסטער ביבי נתניהו און אנדערע באאמטע, און די אישו פון שלום געשפרעכן איז דערווארט אויפצוקומען.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל