ניו יארק - פארן אויף א פליגער איז פאר רוב מענטשן נישט די געשמאקסטע זאך צו טאן, שוין אפגערעדט ווען עס מאכן זיך פראבלעמען און קאמפליקאציעס מיט׳ן זיץ און דעם רייזע-בילעט וואס מ׳האט געקויפט.

א פרוי פון ראטשעסטער, ניו יארק האט אבער געהאט א גוטע ערפארונג מיט אזא פראבלעם, ווען א טעות פון דער לופטליניע האט זיך געענדיגט מיט דעם רעאליטעט אז זי האט געהאט פאר זיך א גאנצן ליידיגן פליגער. דאס האט פאסירט ווען די לאקאלע קליינע לופטליניע האט איר געסקעדזשועלט צו פארן אויף א פליגער קיין וואשינגטאן די-סי, וואס האט בלויז געזאלט טראגן איין פלייט אטענדענט און די פילאטן, און די לופטליניע האט איר בלית ברירה געלאזט האלטן דעם בילעט און איר מיטגענומען אויף דער רייזע.

גאר לאכעדיג איז געווען דער אינטערעסאנטער פאקט אז בעפאר׳ן זיך הייבן האט דער פלייט אטענדענט געגעבן די גאנצע ״זיכערהייט אנווייזונגען״ דעמאנסטראציע, ווי גלייך ס׳איז ווען אן אנגעפילטער פליגער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל