וואשינגטאן – נעכטן זענען ארויסגערונען די ערשטע דעטאלן פון א נייעם בוך, וואס דער זשורנאליסט האוערד קורץ גרייט זיך צו פובליצירן אין די נאענטע טעג ארום פרעזידענט טראמפ און זיין אדמיניסטראציע. צווישן די אינטערעסאנטע אויפדעקונגען, זעט מען אז ווייסע הויז באאמטע רעדן צווישן זיך אז טראמפ ליידט פון "חוצפה דיסארדער", ער טוט דירעקט אנדערש ווי מען הייסט אים, אפילו אויב ס'איז עפעס וואס וועט אים שאדן מאכן. אויך זעט מען אינעם בוך אז ביי א געלעגנהייט ווען סטיוו בענאן, טראמפ'ס געוועזענער הויפט סטראטעגיסט, האט פארנט פון טראמפ באשולדיגט טראמפ'ס טאכטער אין ארויסליעקן צו דער מידיא, האט טראמפ צוגעשטימט מיט בענאן, אז זיין טאכטער ליעקט צו דער מידיא. נאך אן אינטערעסאנטע פונקט פונעם בוך איז, אז נאכ'ן צווינגען זיין געוועזענעם פרעסע סעקרעטאר שאן ספייסער ארויסצוגיין אראפרייסן די מידיא איבער די צאל באטייליגטע ביי זיין איינשווערונג, האט טראמפ אליינס איינגעזען אז ס'איז געווען א נארישקייט צו טאן.

בילד

זעה די בוך:
די בוך

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל