קאירא – אן עגיפטישע געריכט האט ארויסגעגעבן א שולד אורטייל, קעגן דעם געוועזענעם איסלאמיסטישן פרעזידענט מוכאמעד מורסי, און 19 אנדערע, אויף קלאגעס אז זיי האבן פארשעמט דעם יוסטיץ סיסטעם אין לאנד, און אלע 20 האבן באקומען טורמע טערמינען פון דריי יאר. דער קעיס באציט זיך איבער דעם וואס מורסי און זיינע נאכפאלגער האבן אין יאר 13', נאכדעם וואס מורסי איז ארויסגעווארפן געווארן פון אמט נאכ'ן דינען קורץ אלס פרעזידענט, געמאכט פארשידענע סטעיטמענטס אין וועלכע זיי האבן באליידיגט און אראפגעריסן הויכראנגיקע עגיפטישע ריכטער – א זאך וואס איז אומלעגאל דארטן. מורסי זיצט סייווי אין טורמע איבער פארשידענע פארברעכנס, און ער איז קורץ געווען אונטער טויט-שטראף אורטייל, וואס איז צוריקגעדרייט געווארן צו לעבנסלענגליכע טורמע.

בילד: מוכאמעד מורסי און טורמע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל