מיט א וואך נאך דעם וואס פרעזידענט טראמפ האט געמאלדן וועגן זיין פלאן ארויפשטעלן ספעציעלע אימפארט-שטייערן אויף סאולער-פראדוקטן, האט א כינעזישע פירמע וואס פראדוצירט די זאכן געמאלדן אז זי וועט אויפשטעלן א פעקטארי אין די פאראייניגטע שטאטן.

'דזשינקאָ-סאָולער' האט נעכטן מאנטאג אנאנסירט די החלטה, וועגן אויפשטעלן א פיליאלע פון דער פירמע אין די פאראייניגטע שטאטן, וואו די פראדוקטן וואס זענען באטראפן געווארן פון טראמפ'ס טאריפס וועלן פראדוצירט ווערן.

טראץ דעם וואס 'דזשינקא-סאולער' האט עס נישט קלאר מודה געווען, האט אבער א סטעיטמענט פון דער פירמע געגעבן א קלארע אנצוהערעניש אז די החלטה איז די רעזולטאט פון טראמפ'ס באשלוס.

Image Alternative Text

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל