דער ווייסער-הויז דאקטאר האט אנאנסירט אז דער פרעזידענט איז אין א גאר גוטן געזונט צושטאנד נאכ׳ן דורכפירן אויף אים א גרונטליכע מעדיצינישע איבערזוך, וואס איז א רוטין פאר אמעריקאנער פרעזידענטן, און עס קומט פונקט נאך א וואך ווען קעגנער פונעם פרעזידענט האבן אנגעהויבן אויפברענגען פראגעס איבער זיין געזונט צושטאנד. ווי דער דאקטאר זאגט, איז דער פרעזידענט אין אן אויסנאם גוטן צושטאנד, ספעציעל פאר זיין עלטער פון 71 יאר, און ער האט פארשפראכן צו געבן מער דעטאלן איבער דער אונטערזוכונג דעם דינסטאג. אין לויף פון דעם פרעזידענטליכן קאמפיין האט דער פרעזידענט אויך פארעפנטליכט רעזולטאטן פון אן אונטערזוכונג פון זיין פריוואטן דאקטאר, וועלכער האט אים באצייכנט אלס ״דער געזונטסטער קאנדידאט וואס איז נאר סיי ווען געלאפן פאר פרעזידענט."

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל