וואשינגטאן – דאס ווייסע הויז האט נעכטן קלארגעשטעלט, אז פרעזידענט טראמפ אקצעפטירט נישט די איבערבעטונג סטעיטמענט וואס זיין געוועזענער סטראטעגיסט סטיוו בענאן האט זונטאג פובליצירט. בענאן האט אין זיין סטעיטמענט פרובירט איבערצובעטן פרעזידענט טראמפ און זיין זוהן, דאנאלד דזשוניאר, אבער האוגען גידלי, א טראמפ ווארטזאגער, האט געזאגט פאר רעפארטערס נעכטן אויפ'ן "עירפארס וואן", אז ס'איז נישטא קיין וועג צוריק פאר בענאן. די אפווארפונג פון בענאן'ס אנטשולדיגונג, איז געקומען אינעם זעלבן טאג וואס מ'האט געהערט אן אויפדעקונג אז אין יאר 2015, נאך איידער בענאן איז געווארן א ראטגעבער פאר טראמפ, האט זיין קאנסערוואטיווע "גאווערמענט אקאונטעביליטי אינסטיטוט" ארגאניזאציע ארומגעזוכט דאקומענטן און שמוץ צו פארשעמען טראמפ, איבער כלומר'שטע האנדלערייען מיט די מאפיא.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל